Menichu
Dovy Meisels & Pinky Weber
4:57פון די ארמייען זיך ארויסדרייען אין אמעריקע האט קיינער געקאנט טרעפט זיך אונזער שמואל אויפן פראנט מיט א שווערן אטעם זיין טאטן בעט-אים נאך איין זאך לייג אין זאק אריין א שמירה אויפן וועג מיין קינד פאק אריין דיינע הייליגע תפילין בעט ער פון שמואל'ן ווי קענסטו גיין אן אים ענטפערט ער טאטע נישטא קיין פלאץ פאר דעם אבער די הייליגע תפילין וויינט ער צו שמואל'ן אויב נעמסטו דאס מיט דיין זעקעלע ווען די וועסט לייגן די תפילין באקומסטו פון מיר א פעקעלע אריבער די צייט דארטן ווייט שמואל זיין טאטן רופט איך לייג דאך די תפילין טאטע כ'האב דיך אויסגעפראווט ווי איז דיין צוזאג דיין פעקעלע איך בעט דיך ערנסט נעם-עס מיין קינד וואס זאל איך טון איך שפיר דו זאגסט מיך נישט דעם אמת אוי טאטע וואס הייסט צו דען די ווייסט זען ביז אהער קענסטו דיין צוגעזאגטע פעקעלע שיקן ווען-העסטו פארוואס גלייבסטו מיר נישט איך פאפ דיר נישט כהאב געלייגט א יעדן טאג געבט דער טאטע מיט הארץ צו אים א זאג: אוי מיין טייער קינד טאטעלע זיסער טאטעלע ווען די וואלסט געפענט דיין תפילין בייטעלע וואלסטו געווען אין מיינע ווערטער איבערגעצייגט וואלסטו געטראפן דאס פעקעלע געלט וואס איך האב דארט אריינגעלייגט א נשמה'לע צו א מלחמה'לע פון כסא הכבוד קומט ער צו זיין א סאלדאט אין באשעפער'ס מיליטער אויף דער וועלט ער דרייט זיך און ער גרייט זיך די רוקזאק זאל זיין וואס פולער ווייל טון דעם רצון פון זיין טאטן וויל ער נשמהלע ביסט נצח צו דיר עס בעט זיך דער הייליגער בורא נעם מיט מיין הייליגע תורה זי וועט היטן דיינע טריטן און דיר ברענגען גליקן שיינע פעקעלעך וועל איך דיר נאכשיקן אויף דער וועלט ער קומט זיינע וועיגן פארקרימט זיכט און זוכט פארגעניגען שפירט נישט קיין סיפוק ער קען זיך נישט בארואיגען אלע תאוות פראבירט ער א פארלוירנקייט שפירט ער סאיז גארנישט אזוי טאנצעדיג אין זינגעריג די נשמהלע שרייט איך בין נאך הינגעריג ביי זיך אין געפעינגעניש מיט צער אין ענגעניש פון טיפען הארץ שרייט ער שרעקליך טאטע ווי זענען דיינע פעקלעך שכונה מה אמרת דיין טענה איך הער עס די זיכסט א לעיבן א ראיגען א ליכטיגען אוי מיין קינד די זיכסט נישט אויפן פלאץ דעם ריכטיגען אוי מיין טייער קינד פאר דיר אצינד דעים סוד אויפוויקליך אויב זיכסטו שמחה נישט קיין צייטווייליגע סאיז נישט דא קיין סאך נאר איין זאך וואס מאכט גליקליך נאר מיין תורה די לעכטיגע די הייליגע פון איר פארגעס נישט קרעכצן די וועסט נישט סאיז א סגולה א נוצפולע נאך א בלאט גמרא נאך א מצוהלע שמחה ברענגט זי מנוחה שענקט זי נאר דערינען וועסטו מיינע פעקעלעך געפינען מיט די תורה וועסטו נאך לעבן די בעסטע פארשטיין די תכלית אין די באזע זיין צופרידן דא אין עולם הזה געדענק יעדע צייט דו ביזט א סאלדאט א חלק אלוקי ממעל אז דו וועסט זיגן וועסטו קריגן אויף יענע וועלט אויך א מעדאל וועסטו קריגן אויף יענע וועלט א שיינע מעדאל