Notice: file_put_contents(): Write of 642 bytes failed with errno=28 No space left on device in /www/wwwroot/muzbon.net/system/url_helper.php on line 265
Lipa Schmeltzer - Al Tishalel | Скачать MP3 бесплатно
Al Tishalel

Al Tishalel

Lipa Schmeltzer

Альбом: A Poshiter Yid
Длительность: 6:39
Год: 2008
Скачать MP3

Текст песни

אוי ווען איך קען זיך שפארן
און צוריקברענגען יארן
וואס איז פון מיר פארפארן
אנטלאפן פון אונטער מיין האנט

וואלט איך נישט ליידיג געזיצן
נאר די צייט מער אויסנוצן
סיי אין קעלט סיי אין היצן
אויב איך האב נאר די שכל פון היינט

פיל מאל קלער איך מיט נייגער
אז אויב ס'וואלט נאר געווען אזא שטייגער
אז א מענטש קען צוריקדרייען דעם זייגער
וואס וואלט מען דעמאלטס געטוהן

דאן וועק איך אויף מיין זכרון
די זייגער עס ווארט נישט איך ווארן
כאפ נאך דאס ביסעלע יארן
נאר געב עס נישט ליידיג אהין

אל תתהלל ביום מחר
א בעיבי א קינד א אינגעלע א בחור
כי לא כי לא תדע
א יונגערמאן טאטע און זיידע
מה יולד יום

עמיצער זונטאג וויל מאנטאג
פארן ערגעצוואו דינסטאג
געזעהן מיטוואך ס'קומט דאך שוין דאנערשטאג
פון פרייטאג אויף שבת מ'בלייבט

וואו בין איך אלץ אפגעזעסן
דערנאך מיין געזונט זיך געגעסן
הלוואי זאל מען אלעס פארגעסן
אזוי שנעל ווי די צייט אונז פארטרייבט

אויפמאכן א טיר נאך א ריגל
אנהייבן פון פריש מ'איז מסוגל
ווער קען דען קוקן אין שפיגל
און זאגן ביי מיר איז אלעס רעכט

מען געבט אונז א וועג נישט א שלעכטן
צו מאכן א בעסערע נעכטן
מ'הייבט פון פריש צו פארעכטן
איז שענער די טעג און די נעכט

אל תתהלל ביום מחר
אל תתהלל ביוםמחר
א קליין קינד א מיידל א כלה
א יונג ווייבל באבע און מאמע
מה יולד יום

אל תתהלל ביום מחר
אל תתהלל ביום מחר
כי לא כי לא תדע
כי לא כי לא תדע
מה יולד יום

בן חמש שנים למקרא
בן עשר שנים למשנה
בן שלש עשרה למצוות
בן חמש עשרה לגמרא
בן שמונה עשרה לחופה
בן עשרים לרדוף
בן שלושים לכח
בן ארבעים לבינה
בן חמישים לעצה
בן ששים לזקנה
בן שבעים לשיבה
בן שמונים לגבורה און אריכת ימים
צוזאמען זאלן מיר אנטקעגן משיח צדקנו
במהרה בימינו
אל תאמר לכשאפנה אשנה
Writer(s) Lipa Schmeltzer