Notice: file_put_contents(): Write of 645 bytes failed with errno=28 No space left on device in /www/wwwroot/muzbon.net/system/url_helper.php on line 265
Lipa Schmeltzer - Galgal Hachozer | Скачать MP3 бесплатно
Galgal Hachozer

Galgal Hachozer

Lipa Schmeltzer

Альбом: Keinehora
Длительность: 4:03
Год: 2006
Скачать MP3

Текст песни

•••

א פאלק אויף א מלחמה גרייט זיך
מ'מיינט די שטערקסטע גוי איז ער
א דורכפאל ווען צייטן עס בייט זיך
כגלגל החוזר

איינער מיט'ן צווייטן רייצט זיך
אמעריקע פראנצויזער
פלוצלינג אזא נאנטשאפט באנייט זיך
כגלגל החוזר

אין טיילאנד אויף וואקאציע מ'גייט זיך
אויסגערוהט דארט אוי איז ער
פלוצלינג וואסער אלעס אויסשפייט זיך
כגלגל החוזר

די רעדל עס שטעלט נישט אפ
עס דרייט זיך ארויף און אראפ
פון אויבן עס גיט איהם
דער משנה עתים
וואס האט פאסירט מיט איהם
אראפ מיט'ן פיטום
כגלגל החוזר

ביי איינעם עס האלט זיך לאנג
א צווייטער א דורכגאנג
מ'פרעגט נישט קיין שאלות
וואס דער מצב דערוויל איז
נאר בעטן אויף אלעס
ווייל דארט אויבן די קוואל איז
ימלא משאלות

כגלגל החוזר
כגלגל החוזר
כגלגל החוזר...

•••

די וועלט איז ווי א רעדל וואס דרייט זיך
עס פירט עס דער מלך עוזר
נעכטן טרויעריג היינט אזוי פרייט זיך
כגלגל החוזר

ביים ארעמאן אן ארעמקייט שפרייט זיך
א לא יצלח א בלויזער
פלוצלינג זיין עניות צוגייט זיך
כגלגל החוזר

ביי מזרח וואנט דער שיינער איד שטייט זיך
צופרידן שטארק אזוי איז ער
אלעס ביז מיט ווייטאג ער שיידט זיך
כגלגל החוזר

מקימי מעפר דל
דער מנהיג אונז העלפן זאל
איי טאטע געטרייען
דעם יודל דערפרייען
און ווער עס האט ווייען
דעם רעדל צוריקדרייען

כגלגל החוזר
כגלגל החוזר

מאשפות ירים אביון
אונז אלע דערהייב אונז שוין
עפן שערים
פאר אלע חדרים
זקנים ונערים
פארמעגליך און ארעם
מאשפות ירים
כגלגל החוזר

איי טאטע געטרייען
הער די געשרייען
דעם יודל דערפרייען
און ווער עס האט ווייען
דעם רעדל צוריקדרייען
כגלגל החוזר

איי טאטע געטרייען
הער די געשרייען
דעם יודל דערפרייען
און ווער עס האט ווייען
דעם רעדל צוריקדרייען
כגלגל החוזר
Written: Lipa Schmeltzer, Yanky Diamond