Notice: file_put_contents(): Write of 661 bytes failed with errno=28 No space left on device in /www/wwwroot/muzbon.net/system/url_helper.php on line 265
Michoel Schnitzler - דער שידוך | Скачать MP3 бесплатно
דער שידוך

דער שידוך

Michoel Schnitzler

Альбом: א נקודה׳לע
Длительность: 7:34
Год: 2016
Скачать MP3

Текст песни

אין די שטאט שרעב
חידושים שרייבט
דער הייליגער צדיק פון די גרעסטע נעמען
זיין נאמען מאכט א רעש
דער הייליגער רש"ש

תורה וגדולה
מיט טאשן פולע
א שם דבר אין גאנץ יעמען
א רבי מתוק מדבש
מיט חכמה און מיט'ן טאש

ווען די רייע צוגייט
שטייט א איד א יעמענייט
און בעט זיך ביים רבי'ן וואס בארגט און לייט
רבי, דער מצב איז געדרוקט
כ'האב קיינמאל נישט גענוג

זאגט דער רבי: איך פרעג נישט וואס און ווען
קום איך וועל דיר בארגן אויב נישט איך ווער דען
געב עס מיר נאר צוריק
אין דריי מאנאטן דאנערשטיג

אונטערן שלאק
מיט א נייעם האק
טאק טאק טאק
אזוי געשמאק
פול מיט שיך, א גאנצע זאק
שטייט דער שוסטער מיט א נייע פראק

מער נישט א שלאך
א העמד אן א לאך
יעדע וואך
ווערט שטערקער דאס גראך
פון פרישע לעדער, נאך און נאך
אויך מנדב אין שול דעם שמן זית זך

ס'דורך א מאנאט
און נאך א מאנאט
דעם שוסטערס ווארט איז אקוראט
שפירט זיך ווי א העלד
ער האט דאס גאנצע געלט

ער לאזט איבער דעם שוק
ס'איז היינט דאנערשטיג
לויפט צום טיר פון גרויסן מנהיג
הייליגער רש"ש
מיין חוב שוין אפוואש

דער הייליגער איד
שפירט דאך נישט קיין גליד
זיין קאפ אין די גמרא וואו די שכינה רוט
ווייזט מיט די האנט
און דער שוסטער שנעל ער שפאנט

דער צדיק אן א משרת
נעמט אן די שטרות
באהאלט עס שנעל צווישן די גמרות
יישר כח ער אויסרופט
און אין די גמרא זיך פארטיפט

איין שיינעם טאג
דער רש"ש זיך דערמאנט
דער שוסטער איז מיר שולדיג געלט
און שלעפט מיר ביז היינט
גיך ער לויפט אליין
צו דעם שוסטער אינדערהיים
געב מיר מיין געלט, באצאל דעם חוב

רבי, כ'האב שוין לאנג דיר אפגעגעבן דאס געלט
ניין, דו האסט מיך נישט געגעבן דאס געלט

געב שוין אפ דאס געלט דעם רבי'ן
דער רבי זאגט נישט קיין ליגנט

ס'איז גרויסע בושות

עס שמעקט שוין נישט פון לעדער
ערגעץ אנדערש גייט שוין יעדער
ווייל דער רש"ש זאגט זיכער דעם אמת

קינדער אין שידוכים
אין דותן קען מען זוכן
ווייל פארשמוצט נעבעך דער שם איז

דער שוסטער וויל צאלן גערן
אנשטאט די טרוקענע טרערן
אבער א נאמען קען מען נישט צוריק קויפן

די בושה שוין איך נעם עס
אבער כאטש דעם אמת
זאל איך קענען אויפווייזן אויף עפעס אן אופן

באשעפער אין הימל,
האסטו אפשר אן אופן

ויהי היום דער הייליגער רש"ש
איז זיך מפלפל מיט די שיירא
מען שלעפט אראפ א שולחן ערוך
און מען ברענגט ארויס א גמרא

מישנדיג די בלעטער בלאט נאך בלאט
הייבט זיך אן, ס'גרויסע צרות
איך זע כ'האב א טעות געהאט
דא ליגן אלע שטרות

וואו וואו וואו איז דער שוסטער
וואו וואו וואו איז דער שוסטער
ביי זיך אין שטוב גאר בלאס
ער גייט קוים אויף די גאס

וואו וואו וואו איז דער שוסטער
וואו וואו וואו איז דער שוסטער
זעהסט מיין אויגן איז נאס
כ'וועל צאלן יעדע פרייז

וואו וואו וואו איז דער שוסטער
וואו וואו וואו איז דער שוסטער
זיי מיר מוחל שוין
איך געב דיר כל הון

איך בעט דיך, ליבליכער שוסטער
איך בעט דיך, טייערע שוסטער
די שוסטערס אויגן איז נאס
ס'העלפט נישט קיין פרייז

איך קען נישט רבי, כ'קען נישט
כ'וועל מודיע זיין די גאנצע גאס
אז דו ביסט ריין ווייס

רבי כ'קען נישט, כ'בין פארשמוצט איבעראל
כ'וועל האלטן א שיעור לכל עדת
ס'איז א טעות געווען די גאנצע כעס

רבי ס'איז דערנאך
מיין נאמען איז אש
שווערער ווי א יאך
כ'האב נישט באצאלט דעם רש"ש

ס'איז ביטער ווי א גאל
מיין זון איז גארנישט יונג
מ'זוכט שוין איבעראל
שידוכים איז נישט גרינג

אויב אזוי, הער דו מיך אויס
איך האב א טאכטער א טייערע רויז
איך געב איר אהין, דיין זון, צו בויען א הויז

צי ביסטו מיר מוחל בלב שלם
אזוי... בין איך זיכער מוחל

מזל טוב!

אין די שטאט שרעב
א נייע מאן און ווייב
קיינער מער ליצנות טרייבט
דער גדול פון שטאט
מיט'ן שוסטער פשוט און גראד

דער הייליגער רש"ש
האט געמאכט א רעש
און אזוי געוויזן לכל אנ"ש
וויבאלד כ'האב אים פארשעמט
אלס א מחותן נעם איך אים