Notice: file_put_contents(): Write of 665 bytes failed with errno=28 No space left on device in /www/wwwroot/muzbon.net/system/url_helper.php on line 265
Michoel Schnitzler - דריי קלאפעס | Скачать MP3 бесплатно
דריי קלאפעס

דריי קלאפעס

Michoel Schnitzler

Альбом: א נקודה׳לע
Длительность: 5:59
Год: 2016
Скачать MP3

Текст песни

דריי קלאפעס

אינעם קופקע
בלאזט א פופקע
פול מיט שטויב איז שוין פאררויכערט

אזא געדרענג
ביים פארברענג
די תלמידים זיצן פאר'מח'עט

דער בעש"ט זאגט מיט פשטות
יעדנ'ס הארץ אויס וואשט עס
גלייבטס מיט א תמימות נאר אין איין גאט

יעדע זאך קאנטראלירט ער
אלעס פון דער וועלט פירט ער
יעדע ריר פון אויבן א קלארע חשבון האט

לחיים שטעלט ער
פלוצלינג מעלדט ער
לאמיר שפאנען פערד און וואגן

נאר שווייגן
זיך נישט דערוואגן
קיינער זאל קיין ווארט נישט זאגן

לאמיר זען וויאזוי א איד
ווערט נישט קיינמאל אפגעבריט
ווייל זיין אמונה מיט אזא שטארקע קוראזש איז

דער בעל עגלה קוים ער שמייסט
דער בעש"ט שוין ער ווייזט
דא ביים קרעטשמע בלייבטס שטיין פרעגטס נישט קיין קשיות

זיי קוקן זיך אין קרעטשמע איין
באטראכטן אלעס אזוי פארגאפט
שטייט א איד פארקויפט וויין
ס'טוט זיך דארט אזא ווערטשאפט

ביז פארנאכט ס'קוים לעכטיג
קומט א גוי פארדעכטיגט
אויפ'ן טיר ער געט דריי קלאפעס
און ער גייט אוועק

די חסידים פארשטייען נישט
וואס איז די איבערדרייעניש
זיי פרעגן נישט קיין איין ווארט זיי קוקן נאר מיט שרעק

נאך א שעה אזויווי פריער און דער גוי איז נאכאמאל צוריק
נאך דריי קלאפעס אויפ'ן טיר ער גייט אוועק ווי אן אויגן בליק

די חסידים ווארטן מער נישט
ווילן אן ערקלערניש
ר' איד וואס איז די קלאפעריי אויב פרעגן מ'קען דיר

דער איד פארציילט אנטציקט
דער פריץ יעדע חודש שיקט
דער גוי זאל מיך דערמאנען צו באצאלן דעם ארענדער

זעקס אזייגער
אויף זיין שטייגער
קומט דער גוי מיט דריי קלאפעס זעצט ער

איך האב גארנישט
נאר בטל'ניש
ווארט איך ביז די רגע דער לעצטער

נאך א שעה זיבן אזייגער
קומט דער גוי ווי א צולייגער
געט נאך דריי קלאפעס א דערמאנונג

איך מוז דעם פריץ שוין באצאלן
כסף מנלן
פון וואו נעם איך דאס געלט איך האב נישט קיין אנונג

אכט אזייגער
פול מיט נייגער
די חסידים יעדער שטוינט

ס'קומט דער גוי
און וויאזוי
איז דער איד גוט געלוינט

זיי הערן שוין מיטאמאל
דער גוי קלאפט א דריטע מאל
דער איד לאזט זיך ארויס צום פריץ אויפ'ן וועג

זיי פרעגן האסטו כאטש א ראניש
אזא תמים זיכער זיי נישט
דער איד זאגט: איך האב גארנישט בעסער נישט פרעג

ס'ווערט שוין שפעט
דער בעש"ט בעט
לאמיר אלע נאכגיין דעם יודל'ן

אביסל זען
וואס איז געשען
וויאזוי דער פריץ טוט אים באזידלען

זיי זעען ווי ער גייט געמיטליך
אזוי רואיג אפעטיטלעך
פלוצלינג שטעלט זיך אפ א פרעמדער סוחר נעבן אים

ער בעט אים עפעס: ניין, פאר שפיל נישט
דער איד ווייזט אים: ניין איך וויל נישט
און ער גייט צום פריץ ווייטער איינגענעם

די חסידים אויפפאסן
ווי דער איד שטייט שוין ביים שוועל
ביז'ן פריץ הויז קוים צוויי גאסן
דער סוחר קומט צוריק שנעל

זיי שמועסן מאדנע אינטערעסאנט
געבן זיך גלייך די האנט
און דער איד גייט צום פריץ אריין

מיט א פשוט'ע תמימות
אויסגעצאלט די גאנצע סכום איז
די חסידים פרעגן אים וויאזוי קען דאס זיין

זאגט דער איד: הערטס מיך אויס
כ'וואלט אפילו נישט געבארגט ביים שכן
פון די קרעטשמע נאר ארויס
מיט אמונה און בטחון

אינמיטן וועג אויפ'ן גאס
קומט א סוחר מיט א פרייז
ער דארף א ספעשל וויין זייער אומגעדולדיג

איך זאג אים ניין בשום אופן
איך קען נאר פארקויפן
אויב ער באצאלט די גאנצע געלט
וואס איך בין דעם פריץ שולדיג

דער סוחר טענה'ט
זאג פון וואנעט
זאל איך דאס באווייזן

ביים שמש מאטל
קאסט א באָטל
אסאך בעסערע פרייזן

אוועק פון מיר ס'נישט קיין חילוק
זאל ער גיין זוכן ביליג
נאך אפאר מינוט קומט צוריק דער זעלבער סוחר

דיין ברוינפן איז דאך אזוי ספעשל
כ'וויל נאר קויפן דיין פלעשל
אפילו כ'דארף באצאלן א פרייז א הויכער

נישט נאר דאס
אן פארוואס
ער זאגט בשמחה רבה

אויף א גאנצע יאר אויס
צאל איך פאר אויס
דא האסטו דיין איינגאבע

די גאנצע געלט ארויסגעשלעפט
געבליבן שטיין אזוי געפלעפט
ישועת ה' כהרף עין

דעם פריץ גלייך אהין דערלאנגט
די געלט וואס האט צו אים באלאנגט
פרעג איך ענק: דאגה, דאגה מנין

דער בעש"ט גלייך ער זאגט
מודה זיין אוודאי יא מען מוז
א איד וואס ער האט פארמאגט
אמונה מיט אזא התרוממות

פארלאזט זיך נאר אין אלע צייטן
מיר האבן אזא גרויסע טאטן
די הענט אויף ארויף אין עוד מלבדו

פון אויבן טוט מען גלייך באשטימען
אלעס זאל צו אים אנקומען
אלעס גוטס ער האט כל ימי חיי

לחן: יוסי וואלדמאן
סיפור • חרוזים: הערשל דייטש