Dveikus
Michoel Schnitzler, Yisoscher Guttman, & R' Yermia Damen
5:10אין 1943, די טאטע שוין אוועק געפירט אין מונקאטאבער יעצט נעבעך איז געקומען די רייע אויף די קינדער און די ווייבער א דערשראקענע מאמע אויף די גאס אין קראקע שפּאצירט זי דעם קליינעם משה'לע, צום גרויסן בארטן פירט זי מיט די לעצטע שיף אפּצושיקן קיין ארץ ישראל זיין עולה רגל ...אפּצוראטעווען איר קליינעם קינד, דעם לעצטן פארבליבענעם שעפעלע, פון די נאצישע נעגל אויף דעם קליינעם שיפעלע דעם האלצערנעם גייט משה'לע ארויף מיט שרעק נאך איימאל מיט ליבשאפט ארומגענומען וואלט זי'נ'אים פאר די שיף פארט אויף אייביג אוועק פון די דייטשן שנעל ער גייט שוין איר הארץ שיקט זי מיט טייער קינד, בלייב מיר געזונט געדענק דו ביסט א איד אבער ווער וועט זיין מיין מאמע וויינט ער מיט דראמא אז דו לאזט מיך דא איבער אליין ביים בארטן אוי משה'לע, מיין שעפעלע, א נייע מאמע וועסטו האבן אין ארץ ישראל דארטן א מאמע, א מאמע וואס וועט זארגן און בעטן ביים כל יכול זוך איר ווען אנקומען דו גייסט פארגעס נישט ווי דיין נייע מאמע הייסט זי הייסט מאמע רחל מיט זכרונות פון זיין יוגנט א גאנצע בינטעלע פארט משה'לע א פארקלערטער די שיף אויפ'ן ים ווי א קליינע שווארצע פּינטעלע אלס קלענער און ווייטער ווערט ער אוי די מאמע ביים הארץ רייסט זי מיט די האנט צו דעם שיפעלע ווייזט זי א שטילקייט, די כוואליעס מאכן א קליין גערויש'עלע די לעצטע מאל וואס די מאמע האט געזען איר משה'לע די קליין שיפעלע פארט און פארט אָן פארהאנקערן נאך דריי א האלב וואכן טוט זי ביים בארטן פון ארץ ישראל אנקערן משה'לע טרעפט דעם ערשטן איד מיט א הדרת פּנים וזקן חתימת און פרעגט אים מיט תמימות "אפשר ווייסט איר וואו איז מיין מאמע רחל" יא מיין קינד" ענטפערט דער איד" דארט ווייט קוק צו" "אינמיטן וועג אין בית לחם, די מאמע רחל ליגט זי משה'לע מיט שנעלע טריט, מיט א צובראכן הארץ ווייעדיג גייט אריין אין קבר רחל, קיינער איז נישט דארט ס'איז שטיל, ס'איז ליידיג ער קוקט אהין ער קוקט אהער און מיט א טרער איינער, איינער אליין אזוי יונג און קליין ביים מאמע רחל שטיין איינער עלנד אליין אומשולדיג ריין שרייט ער מיט געוויין אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע וואו ביסטו מיין מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע וואו ביסטו מיין מאמע וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל דא שטייט פאר דיר משה'לע דיין טייער קינד וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל קוק ווי מיין הייסע טרערעלעך רינט זאג'זשע מיר מאמע, זאג'זשע מאמע, מאמע רחל וואו געפינט זיך מיין עכטע מאמע, אויף וועלכען ארט דאס מאל זאג'זשע מאמע, זאג'זשע מאמע, מאמע רחל צי האט זי פארגעסן פון משה'לע איר יתומ'ל אוי מיין קינד, דיין מאמע יעצט נעבן מיר דא ביים כסא הכבוד שטייט זי זי וויינט און איך וויין מיט מיט איר דא פאר דיינעטוועגן שרייט זי אוי משה'לע מיין קינד איך בענק נאך אים און איך באוויין אים בקרוב אינגיכן וועל איך דיר טרעפן מיט משיח'ן מיט מאמע רחל אינאיינעם ואני בבואי מפּדן פארטריבן פון נבוזראדן מיט ווייטאג און מיט ליידן קיין בית לחם וועלן זיי גיין מיט זייערע ווייען און פאר דיר שרייען אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי מאמע וואס שלאפסטו אונזער מאמע וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל רחל מבכה על בניה וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל מאנה להנחם ווי קען א מאמע צוקוקן דעם גרויסן צער פון אירע קינדערלעך אירע שאף קום ארויס פון דיין באהעלטעניש דערפאר שטיי אויף פון דיין לאנגן שלאף אוי מאמע, וויין מאמע דער באשעפער טוט דיין קול צוהערן מנעי קולך אין דעם זכות טאקע אזוי וועל איך מיינע קינדערלעך צוריקקערן אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אט אט טרעפן מיר דיך יא יא אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אוי אוי אוי אוי מאמע אם הבנים שמחה הללוקה הללוקה