Piasetzna
Michoel Schnitzler
6:16נאפאליאן נאפאליאן, דער קעניג אין וואלד ער שפאצירט א שווערע טאג, געווען אינעם קריג געווינען די מלחמה ער שטודירט זיין מוח צו בארואיגן דאגות אוועק יאגן שפאצירט ער נעבן וואסער נעבן קוואל פלוצלינג הערט ער, א פידל שפילט א הערליכן פאל ויפקד המלך, זוכטס אים אויף ברענגטס מיר דעם מוזיקאנט מען זוכט ביז ס'איז קלאר, א פאסטוכל גאר דאס איז ער מיט'ן טאלאנט דו שפילסט דאך אזוי שיין תנועה'לעך מלא חן נאפאליאן דער קעניג אים ער הייסט פון היינט אין ווייטער שפילן פאר מיר דו גייסט איך בין דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט וואס איך וויל באפעל איך אלעם גוטן וועהל איך ווייל איך בין דער מלך איך בין דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט די וועלטס וועג ווייזער פראבלעמענ'ס אויסלייזער ווייל איך בין דער קיסר דער קעניג פון דער וועלט דעם קעניג'ס באפעל, פאלגט דער פאסטוך ערליך מיט'ן גאנצן הארץ און זעל, כאטש אמאל שווערליך יעדעס מאל ער מאכט גרייט דעם פידל אין זיין האנט דעם קעניג'ס הארץ צעגייט, פארגעסט פון אלע זיינע פיינט ער זאגט אים, איך קען קוים ווארטן אויף דיר שוין מארגן ווען דו וועסט קומען שפילן, אוועקנעמען מיינע זארגן איין טאג, א יאמערליך געשריי, ויצעק ער בייזערט זיך אויפ'ן פאסטוך, א שטרענגען פסק א מורד במלכות שרייט ער אים אן, גאר היציג ווי שעמסטו דיך נישט, צו קומען אנגעטון שמוציג צי ווייסטו דען נישט, ווער איך בין, נאפאליאן דער העלד נאך אביסל בין איך דער קעניג פון די גאנצע וועלט איך בין דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט וואס איך וויל באפעל איך אלעם גוטן וועהל איך ווייל איך בין דער מלך איך בין דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט די וועלטס וועג ווייזער פראבלעמענ'ס אויסלייזער ווייל איך בין דער קיסר דער קעניג פון דער וועלט אדוני המלך, בעט ער מיט פארשטאנד הער דיך נאר איין דו האסט מיר גענומען אלס מוזיקאנט צו מיר טוסטו גוט פארשטיין די וועג וויאזוי איך שפיל אזא הארץ מיט געפיל דערפאר האסטו מיר יעדן טאג געדונגען איז אויב דאס איז דיין ציל, דארפסטו אויך מיינע שוואכקייטן שלונגען טייערע אידן, הערט זיך איין אט אזוי האט געטון מיט א משל'ע, געגעבן צו פארשטיין דער הייליגער רבי פון לובלין יעדער איד טוט אפפראווענען דריי מאל א טאג דאווענען צום טאטן אבינו שבשמים דער קעניג פון די גאנצע וועלט, מלך חי וקים דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט דער מלך מלכי המלכים לנצח נצחים דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט די וועלטס וועג ווייזער די פראבלעמענ'ס אויסלייזער ווייל ער איז דער קיסר דער קעניג פון דער וועלט שרייט דער רבי, טייערער איד דער באשעפער וויל הערן פון דיר, דיין תפילה דיין ליד בחר בנו מכל העמים, מיינט מען דיר נישט דא אזא זאך, אז אויף א תפלה זאל מען פארמאכן די טיר און וויבאלד פון די גאנצע וועלט, וויל ער מיר אידן זאלן אים לויבן וועט ער אונזערע תפילות אננעמען, ווייל זיי זענען דערהויבן ווייל קיין איין תפילה טוט ער נישט אוועקווארפן קיינמאל טראכט ביי דיר, מיינע תפלות טוט ער נישט דארפן דערפאר אין וועלכע מצב דו ביסט רעד צו אים ווייל ער ווארט א גאנצן טאג נאר אויף דעם לשמוע אל הרנה ואל התפלה לאמיר בעטן צו אים אויף די גאולה דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט דער מלך מלכי המלכים לנצח נצחים דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט דער קעניג פון דער וועלט די וועלטס וועג ווייזער די פראבלעמענ'ס אויסלייזער ווייל ער איז דער קיסר דער קעניג פון דער וועלט לחן • נושא • חרוזים: הרב אברהם ישי קעניג שליט"א נשיא איחוד חסידי ווארקי