Last Dichenen
Michoel Schnitzler
8:09מיט טרויער איינגעהילט מ'דערמאנט זיך יענעם בילד די גאס איז פול, יעדנ'ס הארץ פארשטילט א טרויער אויפ'ן פנים אויסגעשפרייט צום לעצטן מאל מ'באגלייט א חבר אזוי יונג פון דער וועלט האט זיך געשיידט נישטא די טינט צו באשרייבן די געוויין פון יענע מאמענט די צער ס'שפירט זיך, ס'וויינען מיט די ווענט צובראכענע פריינט מ'באגעגנט א ווייטאג אין די גאנצע געגנט פון א נאנטע חבר די וועלט זיך אפגעזעגנט. דער נאמען יואלי בראך, איבעראל געווען באקאנט ביי יעדע שמחה מיט זיין פייפערל אין די האנט פילע חולים משמח געווען די שמייכל וואס מ'האט ביי אים געזען מיט א זעלטענע שטארקייט, נישט קיין חילוק וואס איז נאר געשען. אין יעדן מצב, א קוואל פון חיזוק געווען דו ביסט פאר צובראכענע מענטשן אסאך געשפילט האסטו אומזיסט באהאלטן געטון חסד אן א שיעור קיינמאל נישט געלאזט קיין שפור אלע דיינע סודות מיטגענומען אין קבר מיט דיר עס קוקט אויס ווי א חלום נישט לאנג צוריק מיט דיר נאך געשמועסט היינט זאגט מען שוין ליידער עליו השלום הייסע טרערן עס פליסט דיינע זיסע שטיקלעך אזוי בא'טעמ'ט יארן לאנג וועט מען דאס געדענקען מ'שפילט עס נאך אפילו היינט יואלי, ווען מ'הערט עס, מ'טוט זיך בענקען יואלי וואו ביסטו, יואלי וואו ביסטו אפילו אין די לעצטע טעג שוואך געפילט פאר חתן כלה נאך אלץ געשפילט מיר האבן פרובירט איינצורייסן פאר דיין רפואה יואלי בן גיטל, יואלי וואו ביסטו מיט א ווינט מיט א שטורעם יואלי אזוי יונג ארויף במרום על אלה אני בוכי'...על אלה אני בוכי'. אין זכרון ביסטו טעגליך מיר וועלן נישט פארגעסן דיין נאמען מיר טוען וואס איז מעגליך לטובת דיין נשמה דיין שמייכעלע אזוי בא'חנ'ט ס'האט פאר יעדן פיל געמיינט אוי, דאס הארץ עס וויינט יודעלע הער מיך צו, שמע בקולי אין קלעם חלילה ביסטו דערמאן זיך נאר אין יואלי כאטש ער האט ביטער מיטגעמאכט ביי אים געווען טונקל ווי די נאכט קיינמאל אויפגעגעבן, נישט געווארן אפגעשוואכט. אפילו ס'איז נישט גרינג, דו מאכסט מיט שוועריגקייטן שטרענג זיך אן פארט, זאג א גוט ווארט, פאר א צווייטן כאטש דו האסט דאגות אייגן א שמייכל פאר דיין חבר טו צייגן פון א שמייכעלע מ'קען קיינמאל דערלייגן. אז ס'קומט אמאל א צייט, דו שפירסט דו מאכסט מיט א גיהנום זיי נאר געטריי, געב א דערפריי, יענעם דו מיינסט ס'איז א קליינע זאך אין הימל טוט עס אויף גאר אסאך זאל זיין אין זכות פון אונזער חבר יואלי בראך פון יואלי'ס שטארקייט לערן דיר ווען שווערע צייטן עס ווערן דיר דו האסט פיל צרות וואס שטערן דיר האלט דיך שטארק פעלזן פעסט דערמאן דיך אין יואלי'ס גבורות א מוסר השכל דו אליין פרוביר עס דו מיינסט גייסט דורך צרות צרורות נאר אזוי וועסטו אדורכגיין, דעם שווערן פארמעסט יואלי וואו ביסטו, יואלי וואו ביסטו ווען דו ביסט ארויף דארט אין הימל יואלי, איז געווארן א רעש א טומל דוד המלך מיט זיין פידל האט דיך ווארעם אויפגענומען יואלי דא ביסטו, יואלי דא ביסטו ער רופט זיך אן: הנה זה בא יואלי מיט זיין פייפערל, ער איז שוין דא די ארקעסטרא איז גרייט, משיח קען שוין קומען לחן• ומילים• לייבי מאשקאוויטש נושא• מיכאל שניצלער