Notice: file_put_contents(): Write of 671 bytes failed with errno=28 No space left on device in /www/wwwroot/muzbon.net/system/url_helper.php on line 265
Motty Steinmetz - אמונה וביטחון | Скачать MP3 бесплатно
אמונה וביטחון

אמונה וביטחון

Motty Steinmetz

Длительность: 8:48
Год: 2025
Скачать MP3

Текст песни

מי בן שיח
שמח תשמח
א חופה, א שטוב, ערליך רייך
תורה מיט חסד אזוי סאך.

די טאטע מיט ישרות ביי זייך פאך
די מאמע פיל תפילות איז איר שפראך
שטייען אויף די וואך
פירן  זיך גלייך
זאלן די דורות לנצח.
---
דער הייליגער ארי(ז"ל) דעם סיפור ער דערציילט
א שווערע צרה ווערט פאר זיי געטיילט,
איין טאג א וויי געשריי
זייער קליין קינד פון דריי
אויף א שרעקליכע אופן אוועק נעבעך פון זיי.

כאטש תורה און צדקה זיי טוהן כל הימים
גלייבט מען און מ'ווייסט אז הצור פעלו תמים.
די צרה ווערט אבער מער
דעם טאטענ'ס געזונט ווערט שווער
און נאך א קורצע צייט ארויף צו זיין קינד איז ער.

די גאנצע שטאט ארומגעהילט מיט קלעם
די מאמע זי וויינט למה ה'
פארשטיין באשעפער איך וויל-עס
אונזערע זכותים און תפילות
באשעפער וויז מיר שכל דבריו אמת.

איין פרייטיג צו נאכטס ביי די שבת לעכט זי שטייט
גרייט זיך צום צינדן איר פארלאשענקייט,
זי הייבט אויף אירע אויגן
מיט די הענט צום הימל געבויגן
טאטע געטרייער, קוק ווי גרויס מיין קלעם-איז.

"למה למה ה' טו איך פון דיר פרעגן
איך בעט דיך גיב מיר צו פארשטיין דיינע וועגן,
אוי פארוואס, פארוואס, פארוואס
הייליגע טאטע, פארוואס קומט זיך מיר דאס?

איך ווייס אז דו ביסט דאך דער גרויסער רחום וחנון
און אויף יעדע זאך איז א קלארער חשבון פארהאנען.
הלוואי ווער איך קלארער דערויף
און זעהן אז צדיק ה' בכל דרכיו."

די קינדער אין שטוב הערן אירע ביטערע טרערן.
און זאגן איר: מאמע! גענוג – גענוג געוויינט, גענוג געפרעגט. גיב נאר א קוק.
מיר זענען מאמינים בני מאמינים, אן קיין שאלות
שטארקן זיך מיט אמונה, אז מיר מענטשן פארשטייען נישט אלעס.
.
די מאמע הערט די ווערטער און זאגט: גערעכט! גערעכט! קינדערלעך איך האב שוין גענוג געקלאגט.
לאמיך זיך מחזק זיין מיט אמונה – אןך די הייליגע שכינה
דער אייבערשטער איז פול מיט רחמים און וואס ער טוט -איז זיכער חסדים

גן עדן העליון זעט זי יענע נאכט
איר מאן צו איר אין חלום קומט מיט פראכט,
געגעבן רשות מ'האט-מיר
אראפקומען צו דיר מ'לאט-מיר
מ'האט געזען דיין אמונה, אז דו האסט קיין טענות אויף גאט-מער.

כ׳האב אין מיין פריערדיגן גלגול געהאט אלע מצוות כמעט
אין זאך האט געפעלט איך האב קיינמאל חתונה געהאט
מ'האט מיך צוריקגעשיקט אויף דעי וועלט
מיר דיר א שטוב  אויפגעשטעלט
מיין תפקיד ערפילט,  צוריק ארויף ווי א העלד.

זי שאקלט מיט פארשטאנד, און הייסע טרערן רינט
א תיקון האט אויך געפעלט אונזער לעכטיג קינד,
געווען דריי יאר פארכאפט ביי א גוי, און זיך ליידער געווען מטמא
דו האסט אים מתקן געווען, אלס א אידישע מאמע.

אבער פארוואס אוועק אויף אסא שרעקליכע וועג
ווייל א שווערע גזירה האט געהאנגן אין יענע טעג
און דאס האט מכפר געווען, אויסגעמעקט דעם שווערן צארן
מיט די תפילות און זכותים זענען מיר פיל העכער געווארן:

"למה למה ה' טו איך מער נישט פרעגן
אפילו ס'איז שווער צו פארשטיין דיינע וועגן
אוי פארוואס, פארוואס פארוואס
א מענטש געדענקען אלעמאל דארן ער דאס

באשעפר דו ביסט דאך דער גרויסער רחום וחנון
און אויף יעדע זאך איז א קלארע חשבון פארהאנען.
און אפילו איך בין נישט קלארער דערויף
גלייב איך, אז צדיק ה' בכל דרכיו."

נאר מיט אמונה אין בטחון