Teshuva
Shloime Gertner
4:42צום טאג'ס שליס, קום געניס, הייב דיין פיס, ס'איז דאך זיס, ווארף דיין לאסט, וואס דו דארפסט, איז א טענצל. פרייליכקייט, מאכט א בייט, פון גרויס לייד, ווערט נאר פרייד, נו וואס דו דארפסט, איז א טענצל. טריט פון פרידן, גיי שפאצירן, שפאן די טענער, אהין אהער, נעם א פידל, שפיל א לידל, טרעט און דריי, א טענצל גיי. וועלכער שטום, נעמט ארום, א ליד ברום, אומעטום, דיין הארץ גיס, מיט די פליס, פון א טענצל. דיין זעהל הייב, פרייליך בלייב, ענגשאפט טרייב, ס'איז גוט, גלייב און שפרינג ארויס, אין א גוט טענצל. טריט פון פרידן, גיי שפאצירן, שפאן די טענער, אהין אהער, נעם א פידל, שפיל א לידל, טרעט און דריי, א טענצל גיי. ווען דו רעדסט, פארשטיין געבסט, מיט הענט צייגסט, וואס דו מיינסט, דיין זעהל'ס שפרייך, די זעלבע זאך, זי זינגט און טאנצט. איז מיט פרייד, רעד דיין רייד, און באגלייט, די באדייט, מיט גרויס קלארקייט, זינג און טאנץ. טריט פון פרידן, גיי שפאצירן, שפאן די טענער, אהין אהער, נעם א פידל, שפיל א לידל, טרעט און דריי, א טענצל גיי. א גלות טאנץ, אויף ערד נישט מיינ'ס, איז נישט גאנץ, ס'פעלט דעם גלאנץ, ס'קומט נישט גרינג, אן דעם שפרינג, מען בענקט אהיים. אבער איד, ווער נישט מיד, ווייל דיין ליד, האלט און פירט, דיר אויף דעם וועג, צו ירושלים. טריט פון פרידן, גיי שפאצירן, שפאן די טענער, אהין אהער, נעם א פידל, שפיל א לידל, טרעט און דריי, א טענצל גיי. טריט פון פרידן, גיי שפאצירן, שפאן די טענער, אהין אהער, נעם א פידל, שפיל א לידל, טרעט און דריי, א טענצל גיי.