Fridgidaire פרידזשידעיר
יוסף משה כהנא
4:32געסעלעך, הייזער, חדרים'לעך, רייכערע, מיטעלע, ארעמ'לעך, פול קיין עין הרע מיט קינדערלעך, קליידעלעך, הויזעלעך, ווינדעלעך מיידעלעך, קלענערע, גרעסערע, איינס פון די אנדערע בעסערע, אינגעלעך, ברעקעלעך, פיצעלעך, יארמולקעס, פאות'לעך, ציצית'לעך. גייען אום קינדערלעך און מען לאכט, טאטע און מאמע "געשטראפענע" אז מען דארף אויפשטיין אין האלבע נאכט, גייט מען אום שטענדיג פארשלאפענע . און אז עס ווערט גרעסער א אינגעלע, און עס ווערט גרעסער א מיידעלע, טראגט ער דעם ברודער'לס הויזעלעך, טראגט זי די שוועסטערקע'ס קליידעלע. און קיינער קיין כח שוין לאנג נישט האט, פון יעדע קלייניקייט עסן זיך, הערט מען א קינד זאגט "ד' אחד", און אלע פארדרוסן פארגעסן זיך . דער בורא זאל שענקען די זונדעלעך, און געבן די ריכטיגע מיטעלעך, אז פון די קליינינקע קינדערלעך, זאל אויסוואקסן עהרליכע אידעלעך. אדורך וועט א יאהר נאך א יאהר'עלע, די מיידעלעך וואשן שוין שיסעלעך, די אינגעלעך לערנען גמרא'לע, די מאמע, זי רוהט שוין צוביסעלעך . און שפעטער די קינדערלעך ווערן גרויס, די יאהרן, זיי ווערן געלאסענע, כמעט אלע חודש א פרייד אין הויז, א ברית, א בר מצוה, א חתונה. און שפעטער זיי ווערן שוין אלטע לייט, צופלויגן זיך אלינקע קינדערלעך, אוי! וועט מען בענקען נאך אט די צייט, נאר פאר די קליינינקע ווינדעלעך, הייזער, חדרים'לעך, קינדערלעך, הויזעלעך, קליידעלעך, ווינדעלעך, טאטע און מאמע, זיי וואשן זיי זיידע און באבע, זיי קושן זיי